Poem by A. Sutzkever ווער וועט בלייבן

Описание к видео Poem by A. Sutzkever ווער וועט בלייבן

אברהם סוצקעווער לייענט זיין ליד "ווער וועט בלייבן? וואס וועט בלייבן?" די רעקארדירונג איז פון שבע צוקער'ס דיסק "די גאלדענע פאווע: דאס קול פון יידישן שרייבער" וואס איז ארויסגעלאזט געווארן אין 2001.

Avrom Sutzkever reading his poem "Ver vet blaybn? Vos vet blaybn?" This recording is from Sheva Zucker's CD, "The Golden Peacock: The Voice of the Yiddish Writer" (2001). The full text of the poem is as follows

װער װעט בלײבן? װאָס װעט בלײבן? בלײבן װעט אַ װינט,
בלײבן װעט די בלינדקײט פונעם בלינדן, װאָס פאַרשװינדט.
בלײבן װעט אַ סימן פונעם ים: אַ שנירל שוים,
בלײבן װעט אַ װאָלקנדל פאַרטשעפּעט אויף אַ בוים.

װער װעט בלײבן? װאָס װעט בלײבן? בלײבן װעט אַ טראַף,
בראשיתדיק אַרויסצוגראָזן װידער זײן באַשאַף.
בלײבן װעט אַ פידלרויז לכבוד זיך אַלײן,
זיבן גראָזן פון די גראָזן װעלן זי פאַרשטײן.

מער פון אַלע שטערן אַזש פון צפון ביז אַהער,
בלײבן װעט דער שטערן, װאָס ער פאַלט אין סאַמע טרער.
שטענדיק װעט אַ טראָפּן װײן בלײבן אין זײן קרוג.
װער װעט בלײבן? גאָט װעט בלײבן, איז דיר ניט גענוג?

Комментарии

Информация по комментариям в разработке