Belzer Rebbes eldest grandson visits the new Belzer cheder in Boropark

Описание к видео Belzer Rebbes eldest grandson visits the new Belzer cheder in Boropark

הרה"ג רבי שלום רוקח שליט"א, נכדו חביבו ושליח הקודש פון כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א פראוועט דערהויבענע תפילת שחרית ומעמד לחיים מיט די לעכטיגע תלמידים פון מוסדות בעלזא בארא פארק.
דער דערהויבענע מעמד איז פארגעקומען מאנטאג פר' תרומה, אין דעם פראכטפולן בית המדרש אויפ'ן פינפטן שטאק פון דעם נייעם גיגאנטישן בנין התלמוד תורה דחסידי בעלזא אויף די 38'ציגסטער גאס וואס ווערט פארענדיגט אין דער יעצטיגער תקופה.
דער חשוב'ער גאסט איז געקומען אויף א בליץ-באזוך קיין ניו יארק בשליחות הקודש פון זיין גרויסן זיידן שליט"א, צו באשיינען דעם היסטארישן מעמד "אדיר במלוכה" אין בעפארגרייטונג צו דעם מעגא-קאמפיין "כתר מלוכה" צו פארענדיגן דעם הערליכן בנין התלמוד תורה

Комментарии

Информация по комментариям в разработке