א באזוך אין קרית ברסלב ליבערטי

Описание к видео א באזוך אין קרית ברסלב ליבערטי

א באזוך אין קרית ברסלב ליבערטי
כאפּט אן אייגנארטיגע שפאציר אין דעם פרישן שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, וואס האט זיך געגרינדעט פאר פיר יאר צוריק, מיט'ן ציל צו קענען לעבן אן אחדות'דיגע געשמאקע לעבן מיט א חינוך פון מוסדות על טהרות הקודש וואו די קינדערלעך ווערן נתחנך אויף די וועג ווי אזוי דער ראש ישיבה שליט"א האט אוועקגעשטעלט אז די קינדער זאלן וואקסן געזונט און האבן מלמדים און מחנכים וואס לייגן אריין אין די קינדער די ריינע אמונה!
קומט מיט אונז מיטהאלטן א סדר אין כולל היכל הקודש ווי אינגעלייט וואס נפשם חשקה בתורה זיצן און לערנען הוראה און וועלן בעזהשי"ת ווערן דיינים.
כאפט א בליק אין די פילע בתי מדרשים וואס באשיינען אונזער שטעטל קרית ברסלב צו באדינען די פילע תושבים פאר א גאנצע א וואך און פאר שבתים.
ווי אויך נעמען מיר אייך אויף א באזוך אין די גרויסע באקאנטע לעמאנעיד סופערמארקעט געשעפט וואס געפונט זיך אין קרית ברסלב ליבערטי און איז אפן א גאנץ יאר צוצושטעלן אלע געברויכן פאר תושבי קרית ברסלב.
מיר כאפן אויך א שמועס מיט עטליכע ביזנעסלייט און הערן פון זיי ערשטהאנטיג ווי אזוי די ביזנעס וועלט אין די קעטסקילס גייט צו און ווי אזוי זייער לעבן שפרודלט אויף אן אויסערגעווענליכן פארנעם.

Credits:
Filming and editing
On Dot / Ari Levy
Lazer / Lazer Deutsch

Cast:
Ari Fisch
Sruli Heskel
Moshe Arye Schnitzler
Shimmy Fisch
Rabbi Mordche Indig
Motty Heimlich
Moshy Einhorn

Комментарии

Информация по комментариям в разработке